[right] “אַ בריוו פֿון מ. קאַטץ וואָס אײַנפֿירן דער „קלאַסען קאַמף
[/right]
[right] “אַ בריוו פֿון מ. קאַטץ וואָס אײַנפֿירן דער „קלאַסען קאַמף
[/right]
[right]טייערע חברים אַרבייטער! די צייטונג, וואָס איהר האָט אַרויסגעגעבען איז ערהאַלטען — 500 אין צאָהל און עס איז שוין באַלד פאַרקויפט און איך קען אייך שרייבען, אַז עס האָט מיר זעהר דערפרעהט ווען איך האָב דעם ערשטען נומער „קלאַסען קאַמף„ איבערגעלעזען און איך דענק אַז אויב איין א. וו. וו. צייטונג אין דער אידישער שפראַך ביז יעצט האָט ענטהאַלטען רעוואָלוציאָנערע און באַלעהרענדע אַרטיקלען איז דאָס דער ערשטער נומער „קלאַסען קאַמף“ און איך ווינש אויך אַז דער נעקסטער נומער זאָל ניט זיין ערגער, ווייל צו בעסער איז קיין ענד ניטאָ.
איך ווינש אייך דעם בעסטען ערפאָלג אין גיכען אַרויסצוגעבען איין וועכעגטליכע און נאַכהער איין טעגליכע צייטונג ווייל מיר נויטיגען זיך אין איין טעגליכע אַרבייטער צייטונג אַזוי ווי דער „קלאַסען קאַמף“.
מיט דעם בעסטען וואונש אויף ערפאָלג, פערבלייב איך אייערע פאַר דער איין גרויסער יוניאָן, וועלכע וועט ענדליך אויסקעמפען די אינדוסטריעל פרייהיי.
מ. קאַטץ. שיקאַגאָ.
[/right]
This article was transcribed and translated into English by Misha Holleb.
Comments