ײַנע ערשטע יאָרן אין פֿילאַדעלפֿיע

אין פֿרילינג 1903, בין איך מגולגל געוואָרן קיין פֿילאַדעלפֿיע. דער קרײַז אין וועלכן איך בין אַרײַנגעפֿאַלן איז געווען אַ קאָנסערוואַטיווער, געשפּײַזט פֿון כּתריאל שׂרהזאָנס „טאַגעבלאַט“, וועלכע איז מיר פֿון ערשטן טאָג אָן געווען שטאַרק דערווידער.

Submitted by Steven. on December 10, 2015

מײַנע ערשטע יאָרן אין פֿילאַדעלפֿיע

אין פֿרילינג 1903, בין איך מגולגל געוואָרן קיין פֿילאַדעלפֿיע. דער קרײַז אין וועלכן איך בין אַרײַנגעפֿאַלן איז געווען אַ קאָנסערוואַטיווער, געשפּײַזט פֿון כּתריאל שׂרהזאָנס „טאַגעבלאַט“, וועלכע איז מיר פֿון ערשטן טאָג אָן געווען שטאַרק דערווידער.

מיט צוועלף־דרײַצן יאָר פֿאַר דעם האָב איך אַ פּאָר יאָר צײַט געלעבט אין אַ רעוואָלוציאָנערן קרײַז אין מינסק. בין באַקאַנט געוואָרן מיט דער אידעע פֿון סאָציאַליזם, ווי עס איז יענע יאָרן פֿאַרשטאַנען געוואָרן אין רוסלאַנד. האָב דערנאָך פֿון אַ פֿאַרוואָרפֿן ווינקל אין די פּאָליעסער וועלדער נאָכגעפֿאָלגט די אַנטשטייונג און אַנטוויקלונג פֿון „בונד“, און דעם וווּקס פֿון דער רעוואָלוציאָנערער באַוועגונג צווישן די ייִדישע מאַסן.

דרײַ ווערק, גאַנץ פֿאַרשיידענע אין זייער כאַראַקטער, האָבן אין מײַנע יונגע יאָרן אויסגעאיבט אַ שטאַרקן אײַנפֿלוס אויף מײַן אַנטוויקלונג: נאָך אַלס ייִנגל אין דער גרויסער מירער ישיבֿה האָט קלמן שולמאַנס שילדערונג פֿון דער פּאַריזער קאָמונע אין זײַן צענבענדיקער וועלט־געשיכטע (דבֿרי ימי עולם) אין מיר אַרויסגערופֿן אַ העכסט סימפּאַטישע באַציִונג צו די קאָמונאַרן. וואָס מער דער מחבר האָט געזוכט זיי אַרויסצושטעלן אין אַ שלעכטער ליכט, אַלץ מער אָנציִענד זײַנען זיי מיר געוואָרן. איך האָב געפֿילט אַ נאָענטע קרבֿהשאַפֿט צו זייערע באַגערן און אַ פּערזענלעכן מיטגעפֿיל אין זייער מאַרטירערטום.

אין אַ פּאָליעסער וואַלד איז מיר נאָכדעם צום האַנט געקומען אַ געבונדענער יאָרגאַנג „המליץ“ פֿון 1881, אין וועלכן עס זײַנען איבערגעגעבן געוואָרן אַלע איינצלהייטן פֿון דעם היסטאָרישן פּראָצעס קעגן זשעליאַבאָוו, פּעראָווסקאַיאַ און זייערע חבֿרים פֿאַר הינריכטן דעם צאַר אַלעקסאַנדער דעם צווייטן. די צײַטונג, ווי מ׳קאָן זיך פֿאָרשטעלן, האָט די אָנגעקלאָגטע אַרויסגעשטעלט אין ערגסטן ליכט – „צאַרע אובעיצי“, אַ קלייניקייט! מענטשן וואָס האָבן געוואַגט אויפֿצוהייבן אַ האַנט אויף דעם גאָט־געזאַלבטן הערשער איבער אַלע רוסן! מײַנע סימפּאַטיעס זײַנען אָבער דורכויס געווען אויף זייער זײַט. איך האָב מיטן גרעסטן אינטערעס נאָכגעפֿאָלגט די פֿאַרהאַנדלונגען, געשלונגען יעדן וואָרט און איבערגעלעבט אַלע זייערע דערפֿאַרונגען.

דאָס דריטע ווערק איז אין אַ וועג געווען נאָך אַ מער אינטערעסאַנטע: אַ געבונדענע אַלטע בײַלאַגע צו דער „נאָוואָיע וורעמיאַ“, אין וועלכער עס זײַנען אין פֿאָרזעצונגען געדרוקט געוואָרן עדוואַרד בעלאַמיס גרויסע אוטאָפּיסטישע ווערק „לֹוקינג בעקוואָרד“. דאָס האָט פּאַסירט פֿריִער איידער די „נאָוואָיע וורעמיאַ“ איז געוואָרן אַ פֿאַרביסענע רעאַקציאָנערע און אַנטיסעמיטישע צײַטונג. מיר אין האַנט איז די בײַלאַגע אַרײַנגעפֿאַלן אין מיטן די נײַנציקער יאָרן און בעלאַמיס קריטיק פֿון דער איצטיקער אָרדענונג אין דער פֿאָררעדע, מיט דעם משל פֿון די מענטשן אײַנגעשפּאַנט אין אַ קאַרעטע, האָט אויף מיר געמאַכט אַ געוואַלדיקע ווירקונג.

אב אA AB
די לעצטע עטלעכע יאָר פֿאַר מײַן קומען אַהער האָב איך פֿאַרבראַכט אין דער אַרמיי אין גראָדנע, וווּ איך האָב געהאַט אַ גוטע געלעגנהייט צו לערנען, לייענען אָן אויפֿהער טאָג און נאַכט די בעסטע רוסישע קלאַסיקער אין דער אָרטיקער ביבליאָטעק. עס איז מיר אַפֿילו געלונגען צו אָרגאַניזירן אַ רעוואָלוציאָנערן קרײַז אין דער אַרמיי וועגן וועלכן איך וועל האָבן עטוואָס מער צו זאָגן בײַ אַ שפּעטערער געלעגנהייט.

דאָ וועל איך נאָר פֿאַרצייכענען, אַז בײַ מײַן אָנקומען אין פֿילאַדעלפֿיע, אין פֿרילינג 1903, איז מיר דער סאָציאַליזם געווען גוט באַקאַנט. איך האָב זיך באַטראַכט אַלס סאָציאַליסט און רעוואָלוציאָנער. פֿון אַנאַרכיזם האָב איך קיין אַנונג ניט געהאַט, דעם וואָרט אין ערגעץ קיין מאָל ניט באַגעגנט. מיט אַ פּאָר יאָר פֿאַר דעם האָב איך געלייענט עטלעכע אַרטיקלען פֿון ש. צ. זעצער אין „הדור“, דוכט זיך, וועגן שטירנערס לערע, אָבער קיין טיפֿן אָפּקלאַנג האָט זײַן עקסטרעמער אינדיווידואַליזם, אָדער עגאָיִזם, אין מײַן האַרצן ניט געפֿונען.

דער אָפּגעשטאַנענער גײַסטיקער קרײַז אין וועלכן איך בין דאָ אַרײַנגעפֿאַלן האָט מיך שטאַרק שאָקירט. דעם „טאַגעבלאַט“ האָב איך אין האַנט ניט געקענט נעמען און אין „פֿאָרווערטס“ האָב איך אויך ניט געפֿונען דאָס וואָס איך האָב דערוואַרט צו זען געדרוקט אין אַ סאָציאַליסטישער צײַטונג.

באַלד נאָך דעם האָט זיך אַהער דערטראָגן די נײַעס וועגן דעם גרויזאַמען פּאָגראָם אין קעשענעוו. די ייִדישע צײַטונגען זײַנען פֿול געוואָרן מיט שוידערלעכע באַשרײַבונגען. עס האָט זיך זייער שטאַרק געוואָרפֿן אין די אויגן, אַז דער „פֿאָרווערטס“ און דער „טאַגעבלאַט“ פֿירן אַ קאָנקורענץ איבערצושטײַגן איינע די אַנדערע אין פֿונאַנדערקראַצן די טיפֿע וווּנדן פֿון פֿאָלק, כּדי צו געווינען מער לייענער. דער „פֿאָרווערטס“ האָט דעם „רייס“ געוווּנען, ער האָט דאַן אייגנטלעך אָנגעהויבן זײַן פֿענאָמענאַלן וווּקס אין וועלכן קיין אַנדער ייִדישע צײַטונג האָט אים מער קיין מאָל ניט געקענט דעריאָגן. אָבער מיר איז די צײַטונג געוואָרן נאָך מער דערווידער איידער שׂרהזאָנס אָפֿיציעלע כּל־ישׂראל־בלאַט.

די אַנאַרכיסטישע באַוועגונג אין פֿילאַדעלפֿיע איז נאָך דער דערמאָרדונג פֿון פּרעזידענט מעק־קינלי (1901) און דעם פֿאַרזוך אויף דעם לעבן פֿון וואָלטערין דע קלייר (1902) געווען שטאַרק פֿאַרנאַכלעסיקט. ה. ווײַנבערג איז געווען פֿאַרנומען מיט קאָאָפּעראַטיווער טעטיקייט אין דער סטאָר אין סאַוט־סטריט, ווי אויך מיט אַ קאָמוניסטישער הויז, אין וועלכער אַ צאָל יונגע גענאָסן – ב. אַקסלער און י. קאַץ צווישן זיי – האָבן געלעבט, געשפּאָרט געלט און געחלומט וועגן אַ קאָמוניסטישער פֿאַרם־קאָלאָניע.

אַ פֿאַרזוך צו טאָן אַנאַרכיסטישע אויפֿקלערונגס־אַרבעט איז יענעם יאָר געמאַכט געוואָרן פֿון אַ גרופּע „פֿרײַהייט“ פֿון וועלכער ל. לאַנדוי (א. וואָלינער) איז געווען סעקרעטאַר און הויפּטטוער. קיין דערפֿאָלג האָט די גרופּע אין איר אַרבעט ניט געהאַט. די מיטינגען און לעקציעס האָבן קיין עולם ניט געצויגן. פֿון די אַנאָנסן אין דער „פֿאַ״ש“ איז קלאָר, אַז די גרופּע האָט אַליין קיין גרויסן צוטרויען צו איר אַרבעט ניט געהאַט.

מײַן צײַט איז דעם ערשטן יאָר געווען אויסגעפֿילט מיט שווערער אַרבעט בײַם טאָג אַלס לייבאָרער אין אַ „בילדינג סופּלײַ הויף“ אין וועלכן די קוואַליפֿיצירטע אַרבעטער זײַנען כּמעט אַלע געווען דײַטשן, פֿאַכלײַט, וווּ מ׳האָט געאַרבעט אַכט שעה, ניט מער. אין די אָוונטן האָב איך זיך געלערנט אַ פֿאַך, ציגאַרן־מאַכן, אין באַראָן הירש סקול, אין דער צענטער און קאַרפּענטער, און די איבעריקע צײַט, בײַם פֿאָרן צו און פֿון דער אַרבעט, און אין די ווייניקע פֿרײַע טעג, האָב איך זיך פֿאַרנומען מיט לערנען די לאַנדשפּראַך. קיין צײַט פֿאַר געזעלשאַפֿטלעכער טעטיקייט איז פּשוט ניט געווען.

לאַנג האָט עס אָבער ניט געקענט אָנהאַלטן. דער דראַנג צו קומען צווישן מענטשן, אָנהייבן „עטוואָס“ טאָן, איז אין מיר געווען זייער גרויס. איין טאָג איז מיר אין די הענט אַרײַנגעפֿאַלן אַ הענד־ביל וואָס האָט גערופֿן צו אַ מיטינג פֿון דער קאָאָפּעראַטיווער געזעלשאַפֿט אין סאַוט־סטריט. דאָס האָט מיר שטאַרק פֿאַראינטערעסירט. איך בין צו דער אָנגעוויזענער צײַט אַוועק צום מיטינג, האָב דאָרט געפֿונען אַן אינטעליגענטן קרײַז מענטשן און בין אַליין געוואָרן אַ מיטגליד, אײַנצאָלנדיק פֿינף דאָלער פֿון מײַנע קליינע פֿאַרדינסטן.

איך האָב זיך ביסלעכווײַז באַקאַנט מיט דער טעטיקייט פֿון דער געזעלשאַפֿט, מיט אירע טוער און פֿירער, צווישן וועלכע ה. ווײַנבערג איז געווען דער אָנפֿירער. ער האָט מיר מקרבֿ

געווען, פֿלעגט מיט מיר פֿאַרברענגען יעדע פֿרײַע מינוט פֿאַר און נאָך די מיטינגען, און האָט מיך באַקאַנט מיט זײַן גאַנצער טעטיקייט אין דער אַנאַרכיסטישער באַוועגונג. פֿון אים האָב איך זיך דערוווּסט די געשיכטע פֿון אונדזער באַוועגונג, איר גלאָררײַכע טעטיקייט צווישן די אַרבעטער, און דעם גרויסן אידעאַל צו וועלכן די אַנאַרכיסטן שטרעבן. אונטער זײַן אײַנפֿלוס און מיט דער הילף פֿון דער „פֿאַ״ש“ בין איך ביסלעכווײַז באַקערט געוואָרן צום אַנאַרכיזם און אָנגעהויבן אָפּגעבן אַלץ מער און מער צײַט צו שטודירן די אַנאַרכיסטישע ליטעראַטור.
Masthead of the Fraye Arbeter Shtime (the Free Voice of Labor)
Masthead of the Fraye Arbeter Shtime (the Free Voice of Labor)
אב אA AB
די קאָאָפּעראַטיווע סטאָר, אין וועלכער מ׳האָט פֿאַרקויפֿט העטס און שיך – זאַכן וועלכע אַרבעטער קויפֿן ניט מער ווי איין מאָל אַ יאָר און האָבן, פֿאָלגלעך, כּמעט קיין פֿאַרבינדונג ניט מיט דער אונטערנעמונג – איז שוין דאַן געגאַנגען באַרג אַראָפּ. די קאָאָפּעראַטיווע בעקערײַ, וואָס זיי האָבן עטאַבלירט מיט אַ שטיקל צײַט פֿריִער, איז שוין געווען אַ שוכן־עפֿר. ווײַנבערג פֿלעגט מיט גרויס באַגײַסטערונג דערציילן וועגן דעם ריזיקן פּאַראַד וואָס זיי האָבן דורכגעפֿירט בײַ דער דערעפֿענונג פֿון דער בעקערײַ, אין וועלכן עס האָבן זיך באַטייליקט טויזנטער מענטשן, אַלע ייִדישע יוניאָנס און פֿאַראיינען. די בעקער, אין ריינע ווײַסע פֿאַרטעכער, האָבן מאַרשירט פֿאָרויס, געפֿירט אויף אַ וואָגן אַ חלה וואָס איז געווען ווי אַ הויז די גרויס. די אַנדערע יוניאָנס מיט קאַפּעליעס מוזיק האָבן נאָכגעמאַרשירט הינטער זיי. געלט איז געזאַמלט געוואָרן אין גרויסע לײַלעכער צווישן די צושויער און האָט אויסגעזען צו זײַן אַ גאַנצער באַרג, אָבער ווען מ׳האָט איבערגעציילט די קופּערנע מטבעות האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז עס איז ניט גענוג אויף צו דעקן די אויסגאַבע פֿון פּאַראַד.

די בעקערײַ האָט אין איין הינזיכט דערגרייכט איר ציל: דער סטרײַק און לאַק־אַוט, צוליב וועלכן זי איז געגרינדעט געוואָרן, איז באַלד געסעטלט געוואָרן. און ערשט דאַן האָבן זיך אָנגעהויבן די צרות אין דער אונטערנעמונג גופֿא. אַלס פֿאַרוואַלטער אין דער בעקערײַ האָט מען אָנגעשטעלט טאַקע ווײַנבערגן גופֿא, וועלכער איז געווען אַ ציגאַרן־מאַכער און האָט ניט געהאַט די מינדסטע אַנונג וועגן בעקערײַ. די אַרבעטער זײַנען ניט געווען די בעסטע אין פֿאַך און זײַענדיק מיטגלידער פֿון קאָאָפּעראַטיוו האָבן זיי זיך באַטראַכט אַלס די באַלעבאַטים פֿון דער אונטערנעמונג, אויף אַזוי ווײַט ווייניקסטנס, אַז קיינער האָט זיי ניט געקענט זאָגן קיין דעה ווען און ווי צו אַרבעטן. איז זייער געבעקס שטענדיק אַרויסגעקומען צו שפּעט און איז ניט אַלע מאָל געווען דאָס בעסטע וואָס דער פּובליקום דערוואַרט. דער רעזולטאַט איז געווען אומפֿאַרמײַדלעך – נאָך עטלעכע חדשים מאַטערניש איז מען געווען געצוווּנגען אויפֿצוגעבן די אונטערנעמונג און זיך זאָרגן ווי צו באַצאָלן די חובֿות.

אין דער שוך־ און העט־סטאָר איז עס אויך געגאַנגען אויפֿן זעלביקן וועג. דער ערשטער פֿאַרוואַלטער איז געווען גענאָסע עדעלשטיין, אויך אַ ציגאַרן־מאַכער, אַן אַנאַרכיסט־נאַציאָנאַליסט, איינער פֿון די ערשטע גרינדער פֿון די פּועלי־ציון – אַ גוטער רעדנער, אָבער אָן קיין דערפֿאַרונג אין געשעפֿטזאַכן. ווען ער האָט זיך אַ ביסל אויסגעלערנט די נײַע תּורה האָט מען אים באַזײַטיקט און אָנגעשטעלט אַן אַנדער אומדערפֿאַרענעם מענטשן, גענאָסע סאָקאָלאָוו. מ׳האָט אומגעביטן ניט נאָר דעם פֿאַרוואַלטער נאָר אויך דעם פּלאַץ, אַריבערגעפֿירט דעם געשעפֿט אין דער פֿינפֿטער און סאַוט, אַ געגנט אין וועלכער פּריוואַטע קרעמער האָבן געטאָן גוטע געשעפֿטן, אָבער וועלכע איז ניט געווען צוגעפּאַסט פֿאַר קיין קאָאָפּעראַטיווער סטאָר. די פּריוואַטע געשעפֿטסלײַט אין יענער גאַס האָבן געמאַכט זייערע פּראָפֿיטן פֿון באַשווינדלען די ניגערס אין יענער געגנט – אַ קוואַל פֿון אײַנקונפֿט מיט וועלכן אַ קאָאָפּעראַטיווער געשעפֿט האָט זיך ניט געקענט באַנוצן. בײַם איבערציִען זיך אין דער אייגענער הויז האָט מען ווידער דורכגעפֿירט אַ גרויסן פּאַראַד, געפֿירט פֿון יאָזעף באַראָנדעס אויף אַ ווײַסן פֿערד. אַלץ איז געטאָן געוואָרן מיט אַ ברייטן שוווּנג און גרויסן פֿאַרנעם, נאָר קיין מזל־ברכה איז אין דעם אַלעמען ניט געווען.

פֿאַרבײַגייענדיק: עדעלשטיין, דער פֿריִערדיקער פֿאַרוואַלטער פֿון סטאָר, האָט געעפֿנט אַן אייגן שוכגעשעפֿט אין צווייטער סטריט, אויף דעם אַלטן פּלאַץ פֿון קאָאָפּעראַטיוו, און האָט געטאָן גוטע ביזנעס. ער איז געווען אַ העכסט באַגאַבטער מענטש און אַן אינטערעסאַנטע פּערזענלעכקייט, האָט געטרוימט און אַגיטירט פֿאַר דער אָרגאַניזירונג פֿון אַ טעראָריסטישער באַוועגונג פֿון ייִדישע יונגע־לײַט אין דער גאַנצער וועלט פֿאַר דעם צוועק צו פֿאָדערן אַן אייגענע היים פֿאַר ייִדן און די פֿאָדערונג אונטערשטיצן מיט טעראָריסטישע אַקטן. אַ פֿריצײַטיקער טויט דורך אַן אומגליקספֿאַל בײַם באָדן זיך האָט געמאַכט אַ סוף צו זײַנע טרוימען און פּלענער.

אונדזער באַוועגונג איז צו יענער צײַט אויפֿגעטרייסלט געוואָרן דורך דעם אַרעסט פֿון דזשאַן טוירנער, אַן ענגלישער אַנאַרכיסט, וועלכער איז אַהער געקומען פֿאַר אַ קורצן לעקציעטור. טוירנער איז אין לאָנדאָן געווען דער אָרגאַנײַזער און סעקרעטאַר פֿון דער שאָפּ־אַסיסטענטס (קלוירקס)־יוניאָן. ער איז, ווי פֿיל אַנדערע, צום אַנאַרכיזם באַקערט געוואָרן דורך דער שיקאַגער טראַגעדיע פֿון 1887. אין די נײַנציקער יאָרן האָט ער באַזוכט אַמעריקע און געהאַלטן לעקציעס אין אַלע גרויסע שטעט אָן קיין שטערונג. איצט, אונטער דעם נײַעם אַנטיאַנאַרכיסטן־געזעץ, איז ער אַרעסטירט געוואָרן בײַ זײַן ערשטן אויפֿטריט אין ניו־יאָרק. עס איז געשאַפֿן געוואָרן אַ „פֿרי ספּיטש ליג“, אין וועלכער עס זײַנען אַרײַנגעטראָטן אַ גרויסע צאָל ליבעראַלן, און מיט גרויס שוועריקייט איז געלונגען אים צו באַפֿרײַען אויף בייל פֿאַר דער צײַט וואָס זײַן קייס האָט געדאַרפֿט פֿאָרקומען פֿאַרן העכסטן געריכט פֿון לאַנד. ער האָט באַזוכט פֿילאַדעלפֿיע, וווּ ער האָט אַדרעסירט אַ ריזיק גרויסע פֿאַרזאַמלונג און געמאַכט אַ וווּנדערבאַר גוטן אײַנדרוק. ער האָט אויך געהאַלטן פֿאָרטראַגן אין פֿיל אַנדערע שטעט און האָט אַרויסגערופֿן גרויס אינטערעס אין דער פֿראַגע פֿון פֿרײַער רעדע און דעם צוים וואָס די געזעץ־געבער האָבן אַרויפֿגעלייגט אויף אויסלענדישע אַנאַרכיסטן פֿאַרבאָטנדיק זיי אַרײַנצוקומען אין לאַנד.
אב אA AB
דער אורטייל פֿון סופּרים קאָורט, ווי מ׳האָט געקענט דערוואַרטן, איז געווען אַז געזעץ איז געזעץ: דער קאָנגרעס האָט געהאַט אַ רעכט אָנצונעמען אַזאַ געזעץ, כאָטש ער איז אויסדריקלעך קעגן דעם גײַסט פֿון דער קאָנסטיטוציע און די גאַראַנטירטע פֿרײַהייטן.

דעם צענטן אַפּריל, 1904, זײַנען מיר געגאַנגען צום ערשטן מאָל זען און הערן עמאַ גאָלדמאַן. די פֿאַרזאַמלונג האָט געזאָלט געהאַלטן ווערן אין אָדד פֿעלאָוס טעמפּל, בראָד און אַרטש, ניט ווײַט פֿון סיטי־האָל. צוגעקומען דאָרט האָבן מיר געפֿונען אַ קאָרדאָן פּאָליציסטן אויסגעשטעלט אויף די טרעפּ אַרום דער גאַנצער געבײַדע. די גאַס איז געווען פֿול מיט מענטשן, וועלכע מ׳האָט ניט דערלויבט צו שטיין אויף איין אָרט. רײַטנדיקע פּאָליציסטן האָבן מיט די פֿערד אויף די טראָטואַרן געשטופּט און געטריבן דעם עולם, ווי די קאָזאַקן פֿלעגן עס טאָן אין הייליקן רוסלאַנד. איך בין געשטאַנען ווי אַ געפּלעפֿטער, האָב צו ערשט ניט געקענט באַנעמען, וואָס דאָ קומט פֿאָר. דאָ אין אַמעריקע, אין דעם פֿרײַען לאַנד, זאָל מען פֿרידלעכע בירגער ניט דערלויבן פֿאַרזאַמלען זיך אין אַ זאַל אויסצוהערן אַ רעדנער – איך האָב פּשוט די אויגן ניט געקענט גלייבן! נאָר מײַן פֿולשטענדיקע אומבאַקאַנטשאַפֿט מיט דער שפּראַך האָט מיך צוריקגעהאַלטן פֿון מאַכן אַ פֿאַרזוך צו אַדרעסירן די פֿאַרזאַמלטע, און זיי אויפֿפֿאָדערן צו אַ ווידערשטאַנד. איך בין אַוועק אַ דערשלאָגענער, אַן אויפֿגערעגטער, אַנטשלאָסן צו טאָן וואָס איך וועל נאָר קענען צו באַקעמפֿן די באַרבאַרישע טיראַנײַ.

אין דער קאָאָפּעראַטיווער סטאָר האָבן מיר זיך דעם גאַנצן יאָר 1904 געראַנגלט מיט פּראָבלעמען וועלכע מיר האָבן ניט געקענט לייזן. די חובֿות זײַנען געוואַקסן און די אויסזיכטן זײַנען וואָס ווײַטער געוואָרן אַלץ שלימער. מיר האָבן געזוכט צו פֿאַראינטערעסירן מער מענטשן מיט אונדזער אונטערנעמונג דורך אַראַנזשירן לעקציעס און פֿאַרזאַמלונגען. צו איינער פֿון די לעקציעס האָבן מיר אַראָפּגעבראַכט יאַנאָווסקין, וועלכער איז ניט געווען קיין גרויסער מאמין אין קאָאָפּעראַציע, האָט אָבער אײַנגעוויליקט צו קומען אונדז אַרויסהעלפֿן. נאָך דער לעקציע האָט אונדז ווײַנבערג באַקאַנט און מיר זײַנען צוזאַמען אַוועק צו דער קאָאָפּעראַטיווער הויז. אויפֿן וועג האָט זיך יאַנאָווסקי באַקלאָגט, אַז די גענאָסן אין פֿילאַדעלפֿיע פֿאַרנאַכלעסיקן די „פֿאַ״ש“. אַבאָנענטן זײַנען דאָ ווייניק, און זיי צאָלן ניט. דער איינצל־פֿאַרקויף אויף די סטענדס איז זייער קליין. ווייניק מענטשן ווייסן, אַז עס איז גאָר דאָ אַזאַ צײַטונג. גענאָסע לאַווראָוו, דער אָפֿיציעלער פֿאָרשטייער פֿון דער „פֿאַ״ש“ איז אַ גאַנץ וווילער מענטש, אָבער קיין ייִדיש קאָן ער ניט און ווייס ניט וואָס אין דער צײַטונג טוט זיך. דער רעזולטאַט פֿון געשפּרעך איז געווען, אַז איך האָב זיך אָנגעבאָטן איבערצונעמען די פֿאַרטרעטערשאַפֿט פֿון דער „פֿאַ״ש“ אין פֿילאַדעלפֿיע.

יאַנאָווסקי האָט זיך שטאַרק דערפֿרייט מיט מײַן אָנבאָט. דאָס אייגנטלעך האָט ער באַצוועקט מיט דעם גאַנצן געשפּרעך. מײַן נאָמען איז אים געווען באַקאַנט פֿון די אָפֿטע קאָרעספּאָנדענצן וואָס איך פֿלעג אים צושיקן. איצט האָט ער מיך געמאַכט פֿאַר זײַן לייטענאַנט. אין היסטאָרישן בריווקאַסטן פֿון קומענדיקן נומער האָט ער אַרײַנגעשטעלט אַזאַ מאמר:

„ל. לאַווראָוו, פֿילאַ. – איר וועט זײַן אַזוי גוט און האַנדלען לויט דעם באַשלוס פֿון מיטינג. גיט איבער אַלע ליסטן, געלטער און רעכענונגען צו יוסף קאַהאַן, וועלכער, ווי מיר האָפֿן, וועט טאָן זײַן בעסטעס, אַז אויך פֿילאַדעלפֿיע זאָל טאָן איר טייל פֿאַר דער ׳פֿאַ״ש׳״

דאָס האָט מיר געקלונגען אַ ביסל טשיקאַווע. קיין מיטינג איז דאָך ניט געווען און דעם באַשלוס האָט קיינער אויסער אים ניט אָנגענומען. קיין געלטער און רעכענונגען האָט לאַווראָוו ניט געהאַט מיר איבערצוגעבן. די גאַנצע מעשׂה איז געווען אַ צו פֿיל געקינצלטע, אָבער – פֿאַרפֿאַלן! איך האָב אונטערנומען אַן אַרבעט, דאַרף מען זי דורכפֿירן.

איך בין געוואָרן אַ גאָר אָפֿטער קאָרעספּאָנדענט אין דער צײַטונג. צו די וואַלן יענעם יאָר האָב איך אָנגעשריבן אַ מעשׂה, ווי ספּעציעל פֿאַר דעם צוועק אויפֿגעהאָדעוועטע אָקסן העלפֿן פֿירן די סטאַדע צום טויט אין די שלאַכטהײַזער אין שיקאַגאָ, און האָב עס פֿאַרגליכן מיט דער טעטיקייט פֿון די סאָציאַליסטישע פּאָליטישנס צווישן די אַרבעטער. יאַנאָווסקי האָט עס אָפּגעדרוקט אין די ערשטע צוויי קאָלומס פֿון דער ערשטער זײַט און דערמיט געצויגן גרויס אויפֿמערקזאַמקייט אויף דעם אינהאַלט. מײַן שפּעטערדיקער פֿרײַנד וויליאַם צוקערמאַן האָט אין דעם דערזען אַן אומפֿאַרדינטן אָנגריף אויף די סאָציאַליסטן און אויפֿגעהויבן אַן אינטערעסאַנטע דיסקוסיע וועגן דער גאַנצער אָנגעלעגנהייט.
אב אA AB
די אָפֿיציעלע פֿאַרטרעטערשאַפֿט האָט מיר צוזאַמענגעבראַכט מיט אַלע גענאָסן אין שטאָט. יעדן זונטיק פֿלעג איך באַזוכן אַ צאָל פֿון זיי, זיך באַקענט מיט די מערסטע און אָנגעבונדן אינטימע באַציִונגען מיט די טעטיקערע. דער צושטאַנד פֿון דער באַוועגונג איז געווען ניט קיין גלענצנדיקער. אַלע האָבן דערציילט, אַז אַ מאָל איז פֿילאַדעלפֿיע געווען אַן אַנאַרכיסטישע פֿעסטונג, האָט פֿאַרמאָגט אַ גאַנצע רייע פֿון גוטע רעדנער אין ייִדיש און ענגליש. די גענאָסן זײַנען געווען טעטיק. האָבן געבויט יוניאָנס פֿון קלאָוקמאַכער, בעקער, וועסטן־מאַכער און אַנדערע פֿאַכן. זיי פֿלעגן אָפּהאַלטן אַנאַרכיסטישע פֿאַרזאַמלונגען לעבן סיטי־האָל יעדן זונטיק צו וועלכע עס פֿלעגן קומען מאַסן צוהערער. די ייִדישע פֿאַרזאַמלונגען פֿלעגן אויך זײַן אַלע גוט באַזוכט. אָבער דאָס איז אַלץ געווען אַ מאָל – איצט איז פֿון דעם אַלעמען קיין זכר ניט געווען. אַ פּאָר פֿון די רעדנער זײַנען געשטאָרבן (ווילסאָן און גראַטש), אַנדערע האָבן זיך דערווײַטערט פֿון דער אַנאַרכיסטישער באַוועגונג, אַוועק אין אַנדערע דרכים (ש. פּרענער און ד״ר גאָרדאָן), נאָך אַנדערע זײַנען געוואָרן דאָקטוירים, דראָגיסטן (ד״ר מאַקס שטאַלער, ד״ר באַרבער, ד״ר גאַרטמאַן, ד״ר סיגעל, זעלדעס, יאַפֿע, נאַטאַשאַ נאָטקין א״אַ). זיי זײַנען געוואָרן פֿאַרנומענע מענטשן, האָבן אָנגעהויבן פֿירן אַ סטאַטעטשנעם לעבן און זיך געהאַלטן מער אָדער ווייניקער פֿון דער ווײַטנס. די איינציקע רעדנער וואָס זײַנען געבליבן אין דער באַוועגונג זײַנען געווען ה. ווײַנבערג און דער אַלטער לעווין. אין פֿאַרגלײַך מיט די פֿריִעדיקע יאָרן איז אונדזער באַוועגונג געווען אויסגעשפּילט.

דאָס איז געווען דער צושטאַנד וואָס איך האָב געפֿונען ווען איך בין געוואָרן דער אָפֿיציעלער פֿאַרטרעטער פֿון דער „פֿאַ״ש“ סוף 1904. באַזוכנדיק די אַבאָנענטן און זיך באַקענענדיק מיט זיי פּערזענלעך האָב איך געפֿונען אַז זיי קענען פֿאַרטיילט ווערן אין באַשטימטע קאַטעגאָריעס: אַ טייל פֿון דער אַלטער גוואַרדיע, די עטלעכע דאָקטוירים, די פֿריִערדיקע רעדנער, זײַנען געווען טויט פֿאַר דער באַוועגונג. דאָס העכסטע וואָס מ׳האָט פֿון זיי געקענט דערוואַרטן איז געווען אַ פּאָר גראָשן און אַ באַזוך בײַ אַ יום־טובֿדיקער אונטערנעמונג. די דראָגיסטן, איבער הויפּט יאַפֿע און נאַטאַשאַ נאָטקין, זײַנען דאַקעגן, מיט לײַב און לעבן געווען דאַן איבערגעבן דער באַוועגונג. בײַ יאַפֿען אין דראָג־סטאָר, אין דער דריטער און בענברידזש, איז געווען אונדזער הויפּט־זאַמלפּונקט. דאַן זײַנען געווען אַ צאָל איינצלנע אַלטע־גוואַרדיסטן צעוואָרפֿן איבערן גאַנצן שטאָט, ווי ה. ווײַנבערג, לעווין, עדעלסאָן, אַב. ברענדשײַן, ש. פּרענאָוויץ, עוזר סמאָלענסקין, דוד אַפּטייקער, ל. וווּלפֿסאָן – די לעצטע פֿיר מענטשן מיט אַ פּען אין דער האַנט, פּאָעטן און שרײַבער.

עס זײַנען געווען אַ צאָל באַלעבאַטישע ייִדן, קרעמער, וואָס האָבן זיך געהאַלטן נאָענט צו אונדזער באַוועגונג: ריקלין, לובאַרסקי, שטאָפֿמאַן, דובין, די אַגורסקי־ברידער א״אַ. אויך אַ הײַפֿל אַרבעטער און האַלב־אינטעליגענטן, ווי מענקין, מײער ראָזען, ליפֿשיץ, די ברידער צאַן – מענטשן וואָס האָבן שטאַרק געבענקט נאָך אַמאָליקע גוטע יאָרן און געוואָלט זען אַ נײַע ברייטע טעטיקייט, ווען עמעצער זאָל נאָר נעמען די איניציאַטיוו אָנצוהײבן די אַרבעט.

איך האָב צווישן די לייענער געפֿונען אויך אַ קליינעם קרײַז פֿון יונגע, לעבנספֿולע אַרבעטער וואָס האָבן זיך געריסן צו טעטיקייט. י. קאַץ, ב. אַקסלער, י. וואַשקאָוויץ, סעמבאַט, און איבער הויפּט ל. לאַנדוי (א. וואָלינער), וועלכער איז דאַן געווען אַ תּושבֿ אין פֿילאַדעלפֿיע, האָט געאַרבעט בײַ העמדער אין פֿייגינס היסטאָרישן שאַפּ און זיך אַלץ געקליבן שרײַבן פֿעליעטאָנען אין דער „פֿאַ״ש“. מיר זײַנען געוואָרן אינטים באַפֿרײַנדט, פֿלעגן פֿאַרברענגען אונדזער גאַנצע צײַט צוזאַמען און בויען פּלענער פֿאַר אַ ברייטער טעטיקייט.

די קאָאָפּעראַטיווע סטאָר האָט לאַנגזאַם פֿאַרענדיקט איר אַגאָניע און איז אויסגעגאַנגען. אַ צאָל פֿון די מיטגלידער האָבן געגרינדעט אַ ברענטש פֿון אַרבעטער־רינג און אים אַ נאָמען געגעבן „קאָאָפּעראַטיווער ברענטש 81“. מײַן ווייניקייט איז געווען צווישן די ערשטע מיטגלידער. דער ברענטש עקזיסטירט נאָך הײַנט צו טאָג און טראָגט דעם זעלביקן נאָמען, כאָטש ווייניק מיטגלידער ווייסן איצט פֿון וואַנען דער נאָמען האָט זיך צו זיי גענומען.

בײַם אָפּשליסן דעם געשעפֿט האָב איך מיטגעאַרבעט אין אַ קאָמיטע נאָכצוזען די חשבונות. דאָרט האָב איך געפֿונען צוויי אינטערעסאַנטע זאַכן: די אָרגאַניזאַציע האָט געהאַט הונדערטער מיטגלידער, אָבער דער גאַנצער אײַנגעצאָלטער קאַפּיטאַל אויף די שערס האָט באַטראָפֿן ווייניקער ווי דרײַ הונדערט דאָלער. די מערסטע האָבן אײַנגעצאָלט 25 אָדער 50 סענט, ניט מער. בלויז צוויי גרינע – איך און אַ פֿרוי – האָבן אײַנגעצאָלט די פֿולע סומע פֿון פֿינף דאָלער. פֿון דער אַנדער זײַט זײַנען די לייטנדיקע גײַסטער פֿון דער אונטערנעמונג, די מיטגלידער פֿון דער באָרד אָוו דירעקטאָרס, געווען שולדיק דעם געשעפֿט 226 דאָלער, וועלכע זיי האָבן קיין מאָל ניט באַצאָלט. דער געשעפֿט איז געבויט און געפֿירט געוואָרן אָן קיין אייגענעם קאַפּיטאַל. ער איז פֿון אָנהייב אָן געווען פֿאַראורטיילט צום אונטערגאַנג.

די ליקווידאַציע פֿון דער קאָאָפּעראַטיווער אונטערנעמונג האָט מיר געגעבן די מעגלעכקייט אָפּצוגעבן מײַן גאַנצע פֿרײַע צײַט דער אַרבעט פֿאַר דער „פֿאַ״ש“ און דער באַוועגונג, וואָס האָט מיר צוגעגעבן באַדײַטנדיקע צופֿרידנשטעלונג.

אַ היפּשע דערמוטיקונג און הילף האָב איך אויך געקראָגן פֿון צוויי עלטערע גענאָסן, אַקטיווע טוער פֿון די פֿריִערדיקע גוטע יאָרן: ה. וווּלף, וועלכער פֿלעגט איין טאָג יעדע וואָך אָפּגעבן אויף צו פֿאַרשפּרייטן דעם לאָנדאָנער „אַרבייטער פֿרײַנד.“ יעדן פֿרײַטיק פֿלעגט ער פֿון זײַן וווינונג און געשעפֿט אין ווײַטן מענעיאָנק קומען אין שטאָט צו פֿאַרקויפֿן עטלעכע קאָפּיעס פֿון לאָנדאָנער „אַרבייטער פֿרײַנד“ צווישן די בעקער בײַ זייער יוניאָן־מיטינג, און צו באַזוכן די עטלעכע שטענדיקע קויפֿער וואָס ער האָט געהאַט פֿאַר יענער צײַטונג. דער צווייטער איז געווען גענ׳ י. ב. מור, צו יענער צײַט אַ מאַנופֿעקטשורער פֿון פֿרויענקליידער, וועלכער איז אַלע מאָל געווען גרייט איבערצולאָזן דעם שאַפּ און גיין טאָן וואָס עס איז נייטיק פֿאַר דער באַוועגונג.

די הויפּטאַרבעט איז אָבער פֿון דאַן אָן געטאָן געוואָרן פֿון די דרײַ מוסקעטירן – איך, אַקסלער און י. קאַץ, וועלכע זײַנען פֿאַר אַ צײַט נאָך דעם געווען אומצעשיידבאַר אין אונדזער אַרבעט און פֿרײַנדשאַפֿט.

אונדזער טעטיקייט יענעם ווינטער איז באַשטאַנען אין דורכפֿירן עטלעכע פֿאַרזאַמלונגען, לעקציעס און אַ טראַדיציאָנעלן „בויערן־באָל“, פֿאַר וועלכן מיר האָבן אַרויסגעגעבן אַ „בויערן־צײַטונג.“ די לעצטע איז אויסגעפֿילט און צוזאַמענגעשטעלט געוואָרן פֿון ל. לאַנדוי און דוד אַפּטייקער.

דער בויערן־באָל איז געווען אַ גרויסער דערפֿאָלג אונטער די אומשטענדן, האָט אַרײַנגעבראַכט איבער צוויי הונדערט דאָלער ריינעם פּראָפֿיט פֿאַר דער „פֿאַ״ש“ און געשאַפֿן אַ גוטע שטימונג צווישן די גענאָסן.

צווישן אונדזערע טעטיקייטן יענעם יאָר דאַרף פֿאַרצייכנט ווערן אונדזער אַקטיווע באַטייליקונג אין דעם קבלת־פּנים פֿאַר דער „באַבושקאַ“, יעקאַטערינאַ ברעשקאָווסקאַיאַ, ווען זי איז אין באַגלייטונג פֿון ד״ר ח. זשיטלאָווסקי געקומען אַהער קיין אַמעריקע. אַ פֿאַרזאַמלונג איז אַראַנזשירט געוואָרן אין וואָלנאָט־סטריט־טעאַטער פֿאַר אַ זונטיק נאָך מיטאָג. ווען איך בין צוגעגאַנגען צום פּלאַץ האָב איך געפֿונען דעם טעאַטער אָנגעפֿילט און אין דרויסן אַ ריזיקע מאַסע מענטשן וועלכע האָבן ניט געקענט אַרײַנגיין. האָב איך זיך צוזאַמענגערעדט מיט גענ׳ מור, אים געשיקט אָפּזוכן אַ צווייטן זאַל אין דער נאַכבאַרשאַפֿט, און אַליין אַוועק איבעררעדן מיט די רעדנער וועגן אַדרעסירן די צווייטע פֿאַרזאַמלונג. אין עטלעכע מינוט צײַט איז דאָס אַלץ דורכגעפֿירט געוואָרן ווי געהעריק. דער עולם האָט אָנגעפֿילט די גרויסע זאַל אין דער אַכטער און לאָמבאַרד, ניט ווײַט דערבײַ, און די רעדנער זײַנען איינער נאָכן אַנדערן געקומען אַהין פֿון טעאַטער אַדרעסירן די פֿאַרזאַמלונג. ווײַנבערגס רעדע אין וואָלנאָט־סטריט־טעאַטער יענעם נאָכמיטאָג האָט איבערשטיגן אַלץ וואָס איך האָב ווען עס איז פֿריִער אָדער שפּעטער געהערט פֿון דער פּלאַטפֿאָרם.

פֿון די פֿאַרזאַמלונגען זײַנען מיר, אַ קליינער קרײַז נאָענטע גענאָסן, אַוועק אין דער אַנאַרכיסטישער קאָמוניסטישער הויז, וווּ די באַבושקאַ איז אײַנגעשטאַנען. דאָרט האָבן מיר פֿאַרבראַכט דעם אָוונט אין וווּנדערבאַרער אינטימער באַגײַסטערונג. די באַבושקאַ, צום טראָץ איר הויכן עלטער און גרויזאַם שווערן לעבן אין דער רוסישער קאַטאָרגע, איז געווען יונג און מונטער אין גײַסט. זי האָט מיט אונדז מיטגעזונגען רוסישע רעוואָלוציאָנערע לידער, געטאַנצט און זיך געקושט מיט די יונגע גענאָסן, וועמענס אָנוועזנקייט עס האָט אין איר אַרויסגערופֿן נײַעם גלויבן אין דער צוקונפֿט פֿון אונדזער אידעאַל.

בײַ אַן אַנדער געלעגנהייט האָבן מיר אין פֿילאַדעלפֿיע אויפֿגענומען דעם גרײַז גרויען פֿירער פֿון די רוסישע סאָציאַליסטן־רעוואָלוציאָנערן, ניקאָלײַ טשײַקאָווסקי. ער איז געווען איינער פֿון די עלטסטע טוער אין דער רוסישער רעוואָלוציאָנערער באַוועגונג. ווען פּעטער קראָפּאָטקין איז, אין 1872, געקומען צוריק פֿון אייראָפּע, וווּ ער איז געוואָרן אַ מיטגליד פֿון ערשטן אינטערנאַציאָנאַל, האָט ער אין ס״ט־פּעטערבורג זיך אָנגעשלאָסן אָן טשײַקאָווסקיס קרײַז. מיר האָבן דעם גרויסן גאַסט אויפֿגענומען בײַ יאַפֿען אין הויז, וווּ מיר האָבן פֿאַרבראַכט די גאַנצע נאַכט רעדנדיק וועגן די אויסזיכטן פֿאַר דער באַלד אָנקומענדיקער רעוואָלוציע אין רוסלאַנד.

טשײַקאָווסקיס מיסיע איז אָפֿיציעל באַשטאַנען אין זאַמלען געלט פֿאַר דער באַוועגונג. זײַן ווירקלעכע אויפֿגאַבע איז אָבער געווען אײַנצוקויפֿן און אַריבערשיקן געווער פֿאַר דעם געברויך פֿון די רעוואָלוציאָנערן אין אונדזער אַלטער היימלאַנד.

http://ingeveb.org/texts-and-translations/the-jewish-anarchist-movement-in-america-my-first-years-in-philadelphia

Attachments

Comments