[right]איינע פון די זיעגע אין דעם קאַמף צו מאַכען אונזער זאָגענאַנטע „פרייע רעפּובליק“ פאַר אַן אמת’ע סאָוועטען רעפּובליק, איז געווען די בעפרייאונג פון די 12 חברים וועלכע זיינען געווען פערהאַלטען אין עליס איילאַנד, דעפּארטירט צו ווערען מיט די אַנדערע.
[/right]
[right]
איבערשרײַבערס צעטל:
די אַרטיקל איז געשרײַבן געוואָרן אין די ייִדישע א.וו.וו. צײַטונג „דער קלאַסען קאַמפּף“. די נומער איז אַרויסגעגאַנגען אין 1919 אין ניו יאָרק סיטי. אַז איז פּאַסיק, די ייִדיש לײַעט בײַ ענגליש און רוסיש, וואָס אָפּשפּיגלט די קאָנטעקסט וואָס עס איז געשרײַבן געוואָרן אין. עס איז געשרײַבן געוואָרן פֿריִער ייִדיש איז געסטאַנדאַרדיזירט געוואָרן, און די אויסלייגן זענען נישט כּלל. די טינט איז אָפּגעבליאַקעוועט, אָבער נאָר איין ליניע איז געלנדיק. די תּוכן איז דערשלאָגנדיקע רעלעוואַנט אין 2020. עס זענען נישט קיין דאָ מחבר וואָס איז אָפּגעגעבן פֿאַר די אַרטיקל.
עליס איילאַנד—
אונטער דעם שאָטען פון סטאַטוע פון „פרייהייט“
איינע פון די זיעגע אין דעם קאַמף צו מאַכען אונזער זאָגענאַנטע „פרייע רעפּובליק“ פאַר אַן אמת’ע סאָוועטען רעפּובליק, איז געווען די בעפרייאונג פון די 12 חברים וועלכע זיינען געווען פערהאַלטען אין עליס איילאַנד, דעפּארטירט צו ווערען מיט די אַנדערע. עס איז אטת אַז די אַנדערע קרבגות פון די וואַשינגטאָנער לאַקייען פון קאַפּיטאַל ערוואַרטען זייער שיקזאַל. עס איז אָבער זיכער דאָס די בעפרייטע 12 חברים זיינען ניט בעפרייט געוואָרען דורך די גערעכטיגקייט פון וואַרשינגטאָן—זיי האָבען עס צו פערדאַנקען דעם אַלנעמיינעם פּראָטעסט פון די אַרבייטער און זייער פּרעסע. דער אַמעריקאַנישער געזעץ האָט ניט אָנגעבאָטען אירגענד וועלכע פאַרטהיידיגונג, די צו דעפּאַרטאציאָן בעשטימטע חברים זיינען געקידנעפּט געזואָרען אויף דעם אָרדער פון א אפיציעלען בעאַמטען און דער אורטהייל אויף זיי איז אַרויסגענעבען נעוואָרען פון הינטער די שמוצינע קוליסען פון שטאַאַט און קאַפּיטאַל. זיי זיינען פאַראורטהיילט געוואָרען אַרויסגעשיקט צו ווערען פון לאַנד אָהן אַ גערעכטיגקייט און אָהן אַ ריכטער, אָהן זיי צו געבען די געלעגנהייט זיך צו פאַרטהיידיגען. דיזע גוואַלד־טהאטען זיינען כאַראַקטעריסטיש זעהר עהנליך צו די פּאָליציי־גרויזאַמקייטען און די פאַרפאָלגונגען אין אַלטען צאַרישען רוסלאַנד.
די 12 מיטגלידער פון די א. וו. וו. וועלכע זיינען צוזאַמען מיט נאָך 21 אַנדערע „וואבליס“ 16 מאָנאַטען אַרומגעשלעפּט געוואָרען פון איין טורמע אין די אַנדערע פון איין דעטענשאָן סטאַנציע צו דער אַנדערער, אָנפאַנגענדינ פון פּאַסיפיק ענדענדיג ביים אַטלאַנטיק. באַדענקט זיך וואָס זיי האָבען געליטען און וואָס די אַנדערע וועלכע זיינען נאָך געפאַנגען אויף עליס איילאַנד מוזען נאָך דורכמאַכען ביז זיי וועלען ווערען דעפּאָרטירט, און דאַן?
די חברים וועלכע זיינען בעפרייט זיינען דזשאַהן בערג, אוגוסט באסטראם, דזשאַהן לייווע, עדווין פלענוס, אקסעל, א. הענדריקסאָן, דזשיימס לונד [אָדער לינד, דע טינט איז דערהגעט], אַראָן סלוצקער דזשאָו מאַרטין, מאַגנרענאר ראָסס, קריסט יאָהנסאָן, אַרטהור סמיטה און דזשאַהן האָלם.
זיי האָבען גענומען אָבשייד פון זייערע חברים, וואָס זיינען נאָך געבליבען אין עליס איילאַנד, ווען די 12 „וואַבליס“ זיינען אַרונטערגעגאַנגען צו דער עמיגריישאָן בארקע וואָס האָט זיי בעדאַרפט בריינגען נאָך ניו יאָרק סיטי, האָבען די איבעריגע „וואבליס,“ וועלכע איינען געבליבען, אויסגערופען דריי „טשירס“ פאַר די א. וו. וו. און אויסרעדט האָבען זייערע שטימען געמיינשאַפטליך זיך פעראייניגט צו אַן א. וו. וו. געזאַנג, וואַהרשיינליך פערפאַסט פון דזשאָו הילל, דער געזאַנג האָט געקלונגען אַלץ העכער און העכער און מאַנכער פון די „וואבליס“ האָט זיך אָבגעווישט אַ טרעהר — נאָכדעם האָבען זיי נאָכאַמאָל אויסגערופען „לאָנג ליוו דהי וואָבליס!“ די בעאַמטע פון עליס איילאַנד זיינען געווען פאַרוואונדערט איבער די קאמעראַדשאַפט און פריינדשאפט וואָס עקזיסטירט צווישען די א. וו. וו. מיטנלידער. זייער שיפעל האָט געשוואומען נאָך נוי יאָרק כיטי, וואָס האָבען זיי געטראַכט ביי זיך ווען זיי זיינען פאַרבייגעפאָהרען די סטאַטוע אָף ליבערטי? — זיי זיינען זאָפאָרט געקומען צו די א. וו. וו. הערקוואָרטערס, 27 איסט 4טע סטריט ניו יאָרק, וואו זיי האָבען געפּאָוזט פאר פאָטאָגראַפערס. זיי וועלען בלייבען אין ניו יאָרק פאַר עטליכע טעג איידער זיי וועלען זיך אומקעהרען צוריק אין זייערע היימען. אַראָן סלוצקי איינער פון די 12 וועלכער איז געווען פריהער אַ קאָך אין דער קאַנאַדער אַרמעע, האָט קרובים אין די בראָנקס וואו ער דענקט צו פאַרבלייבען.
די חברים וואָס זיינען אויף’ן ליסט דעפּאָרטירט צו ווערען זיינען: קאיעם מאסקילינאס, ע. ע. מק’דאָנאַלד, פּעטער מ. גערטא, מרס. פּעטער וו. מערטא, אַלעקס קיזיל, מאַגנוס אָטערהאָלם, סעמ נעסלאָן, אַלבערט אָסבאָרן, טשאַרלס דזעקסאָן, פריטץ האָלם, דאָנאַלד מעק’פיהרסאָן, פראַנק מיהאליק, סאָל. עהרליך, וואָליאַם לאָנגפאָרס, לואיס מישע, מאַרטין דע וואל, דזשאַהן מארגאן און בוטהאס. וועגען די איבעריגע 2 חברים ווייס מען נאָך ניט גענוי אויב זיי וועלען ווערען דעפּאָרטירט.
מרס. לאָווע און טשאַרלס רעסט זיינען זעהר טהעטיג אין די קייסעס צו בעפרייען די א. וו. וו. מיטגלידער פון עליס איילאַנד.
מען האָט ערפאַהרען אַז פרעדריק בייקער, אַן ענגלישער א. וו. וו. מיטגליד אין געוואָרען דערפּאָרטירט, אַ בריעף אין וועלכען בייקער בעט הילפע איז אָנגעקומען צו די „ניישאָנאַל סיוויל ליבערטי ביוראָ“ אַ וואָך שפּעטער נאָכדעם דער בריעף איז אויפגעהאַלטען געוואָרען פון די צענזור פון די „מיליטער און נייווי אינטעליגענץ“ וועלכע קאָנטראָלירען די פּאָסט פון עליס איילאַנד. 2 טעג נאָכדעם ווי דער בריעף איז געשריבען געוואָרען איז שיון בייקער געווען אויפ'ן אַטלאַנטיק אין דער ריכטונג נאָך ענגלאַנד.
נאָך דעם גרויסען איבערפאַל, וואָס איז מיטוואָך דעם 14טען מאַרטש געמאַכט געוואָרען אין רוסישען „נאַראָדני דאָם“ 133 איסט 15טע סטריט זיינען די רוסישע חברים פּעטער ביאנקי, מאַרקוס אָראַדאָווסקי און ארטהור קעטעזעס פאַרהאַלטען געוואָרען דעפּאָרטירט צו ווערען אויף אַ טשאַרדזש, אַז זיי זיינען אַנאַרכיסטען. מאלי סטימער, די אַנאַרכיסטקע, וועלכע איז שוין פאַראורטיילט אויף 15 יאָהר פּריזאָן און איז אַרויס אויף בייל אַפּעלירענדיג איהר קייס, איז אויך דאַן, ווען עס איז געווען דער איבערפאַל ווידער אַרעסטירט געוואָרען און איז ווידער בעפרייט געוואָרען דורך הערן וויינבערגער פון עליס אײַלאַנד
[פֿאַרפֿעלן ליניע פֿון שאָדן]
סעם[?] דענקט אַז זי איז איהם שולריג 15 יאָהר, היינט ווי אַזוי קאָן ער איהר דעפּאָרטירען? ווי ווייט די ברוטאַליטעט פון אונזער אויפהאַלטער פון „געזעץ און אָרדנונג“ געהט, איז ווירקליך יעצט די צייט צו מאַכען די ביטערע ערפאַהרונג. נאָר מיר ווייסען דאָס שוין פון לאַנג.
די אַרבייטער זאָלען זיך ניט צופרידענשטעלען מיט די 12 בעגרייטע פון דעפּאָרטאַציע, נאָר זיי זאָלען אויפהויבען אַ גרויסען פּראָטעסט און אַ קאַמף געגען דער דעפּאָרטאַציע. און ניט דערלאָזען אַרויסרייסען די בעסטע פון זייערע רייהען.
[/right]
This article was transcribed and translated into English by Misha Holleb.
Comments